איך בין אינגאנצן, קאלט און פארמאכט
איך קען זיך נישט אויפוועקן ווי אינמיטן נאכט
איך בין פארשלאפן אין גלות טיף
אבער מיין הארץ איז אויף און הערט דעם ריף
א קול פון מיין פריינד ריפט צו מיר
בעט און בעט, עפן מיר דיין טיר
קום קום נשמה איך וויל נאר דיר
עפן דיין הערצעלע מיין נאנטקייט שפיר
לויב און בעט צו מיר קוק ארויף
פון דיינע טרערן איך בין אנגעפילט
פון דיין עבודה איך בין איינגעהילט
דער קול אין מיר איז, פון גאט אליין
געב מיר דיין הייליג הארץ ליבער קינד מיין
איך ווארט שוין קוים צו דיר זיך מגלה זיין
אט אט גייען מיר, צוריק אהיים