LyricFind Logo
LyricFind Logo
Profile image icon
Lyric cover art

‎מיין מיכקינד

Apple Music logo
Deezer logo
Spotify logo
Lyrics
אינווייניג אינעם גוף
ליגט באהאלטן טיף
א שטילע קול מ׳רופט עס אן מיכקינד
ווי מער איך קוק אריין
מיט שטילקייט און מיט שפאן
שטאטליך ווייעך הער איך דיר מיכקינד
ווילאנג איך האב זיך מיט דיר נישט צוזאמגעזעצט
הערן קלאר וואס דריקט דיר שוין לאנג
האב איך זיך פראבירט צו מאכן באקוועם ביז יעצט
געזוכט נאר דארט וואו איך נישט באלאנג
יארן זיך גענארט
געפילן הארט פארשפארט
לויפן ביזי שפילן גוט די געים
אבי נישט פילן זיך
נאר מער צו זיין מסיח
נישט דארפן פעיסן ווייטאג טרויער און שעם
זארג זיך נישט קינד מיר זענען די שטערקסטע נאנט
פון היינט אן לויף איך מער נישט אוועק
האסט יארן געשלעפט מער ווי איין שטארקע וואונד
יעצט שווים איך מיט מיט דיר ביז צום ברעג
דו ביסט אין הארצן מיין געזאנג
ווען ס׳איז שטיל איך הער דיין קלאנג
דיין שיין טאנצט שיין ווען טונקעל ביי מיר ווערט
איך הער דיר זינגען שיר
איך זינג צוריק צו דיר
די שענסטע אוצרות האט מען אונז באשערט
און אזוי האסטו קליינע אלעזר ליפא׳לע קאמאנדוועט געשטויסן און געבונטעוועט צו פראווען יעדן ראנג געבויט א מעכטיגע קעריער
דארפסט שוין נישט ווייזן מ׳קען זיך באראוהיגן לעבן שיין און באשיידן
יא דער אייבערשטר׳ס טאלאנט אויף דעם גיבט מען נישט אויף
דאס גייט מען פארשפרייטן און טוהן א שליחות אבער מיט א ראוהיגקייט מיט ליבשאפט אהה די לעבן איז אזוי לעכטיג
דו האסט מיר זייער ליב
איך האב דיר שטארקער ליב
ס׳איז ליבשאפט וואס נאר אינווייניג אין זיך אליין מ׳טרעפט

WRITERS

Lipa Schmeltzer

PUBLISHERS

Lyrics © O/B/O DistroKid

Share icon and text

Share


See A Problem With Something?

Lyrics

Other

From This Artist