האבן אידן אנגעפאנגען גוטע צייטן זעהן
אלע פולע מיט עשירות, און מיט שיינע רייכע דירות
און די מצרים זענען ביי זיי שכנים געווען
און א הויז האט יעדן גלויבן
נאר אליין דעם פאלק פון אידן
און זיין גלויבן זיינע זיטן
מען קען שוין מער ביי דיר נישט לעבן
גלות, גלות, עס איז גענוג דיין גליק
דער באשעפער, האט זיי גלייך א הילף געגעבן
און געבראכט זיי, אין זייער לאנד צוריק
ר׳ יו״ט עהרליך: עטליכע טויזנט יאר זענען פאריבער פון יענע צייט, ווידער איז דער איד היינט אין גלות, מיט אט די שווארצע לייט. אויך היינט לעבט מען ברוך השם מיט וואוילטאג און עשירות, שיינע געשעפטן מיט שיינע דירות. און מען טוט זיך קוויקן, ווי א ווארעם עסט זיך איין אין כריין און קוועלט, ער מיינט קיין זיסערע זאך איז נישטא אויף דער וועלט. מען וויל גאר נישט טראכטן פון אונזער הייליגע לאנד, וועלכער ליגט שוין יארן לאנג, ביי חפשים אין האנט, צו שפאט און צו שאנד. און ווערט דערשטיקט און דערדריקט פון ווייטאג און פארדראס, זי בענקט נאך די ערליכע אידן אן א ברעג, אן א מאס. און זי בעהט מען זאל מתפלל זיין פאר איר אזוי שנעל ווי איר קענט, דער באשעפער זאל איר אויסלייזן פון די פרייע הענט.
אויפן הימל איז גרויסארטיג
אלעס שטייט שוין גרייט און פארטיג
נאר איין שאלה טוט ער שטעלן
ווי קען ער דען קומען וועלן
אז דער גלות טוט דעם איד געפעלן ביז גאר
ווי לאנג וועט מען נאך ליידן
ווי לאנג וועט מען נאך שמאכטן
מען קען שוין מער נישט דולדן
מען קען שוין מער נישט ווארטן
און די צרות ווערן שווערער
איין טאג פון די צווייטן מערער
און דער הימל ווערט נישט קלארער
צאלסטו אונז גאר אן רחמנות
האסט אונז פרייהייט פיל געגעבן
יעדער איינער, קען טאן וואס ער וויל
האבן אידן, באצאלט דיר זייער פיהל
די שענסטע זוהן און טעכטער
מען קען ביי דיר נישט בלייבן
אבער גיי פארהויב די פאלעס
אוואו דו גייסט און וואו דו קומסט
מען קען פון גלות נישט אנטלויפן
מער נישט נאר מיט אט דעם אופן
צום באשעפער דארף מען לויפן
דער גלות טוט אונז ארויס טרייבן
מיר קענען דא שוין מער נישט בלייבן
נעם אונז שוין ארויס פון גלות