פון באשעפער וואס גיט מיר אלעם
כאטש ס'איז א שווערע וועלט
אויפגעגעבן האב איך דאך נישט
און אפילו א תפלה איך פארשטיי נישט
צובראכן ווערן פון דעם איך גיי נישט
ווייל איך רעד צו טאטי אויף מיין פּשוטע שפּראך
פּונקט ווי א בעבי וואס האט נישט קיין ציין
און קען נישט רעדן נאר מיט געוויין
וואס דאס קינד וויל פארשטייט'עך מאמי גלייך
אפשר אויבן קוקט מען פארקערט
אויפגעבן טאר מען דאך נישט
כ'בין אפשר נישט די גרעסטע
כאטש נישט יעדן אלעס געפעלט
אוי, מיט שונאים געפערליכע
ס'איז גארנישט ווערד דער שיף'ס קאפּיטאן
אָן די מאנשאפט אויסצופירן דעם פּלאן
ווייל יעדער האט א חלק אין דעם קריג
אפילו אויב מ'איז נאר די קעכער פון די ארמיי
דאך בין איך זעכער אז ס'איז כדי
יעדער נעמט אנטייל אין דעם גרויסן זיג
פון באשעפער וואס גיט מיר אלעם
כאטש ס'איז א שווערע וועלט
אויפגעבן טאר איך דאך נישט
זייט איך גיי אויף דעם דרך
האט זיך געעפענט נייע טויערן
(ס'איז מער נישט צומישט און פארלוירן (הלואי
און אויבן ווערט עס דערהערט
אויב א צדיק זענט איר נאכנישט
אויפגעבן טאר מען דאך נישט
רבי ר' זושא פלעגט אלץ זאגן פרייליך
מ'עט מיך נישט שמייסן פאר'ן נישט זיין ווי מיילעך
דאס בעסטע וואס איך קען זיין דאס וויל מען פון מיר
איך בין ליפּא, איך בין נישט די גרעסטע
אבער איך וויל פּראבירן מיין בעסטע
איך בעט דיר טאטי העלף מיר ווען איך פראביר
איך וועל נישט זיין געפאלן
כאטש ס'איז א שווערע וועלט
זע איך זאל נישט ווערן מיד
אויפגעבן טאר מען דאך נישט