LyricFind Logo
LyricFind Logo
Profile image icon
Lyric cover art

Krechtz

•

2025

Mashiach

Apple Music logo
Deezer logo
Spotify logo
Lyrics
מיין טייערער טאטע איך וויל דיך פרעגן
וואס וועט זיין ווען משיח וועט קומען
מיין טייער קינד איך וועל דיר פארציילן אצינד
ווען משיח וועט קומען
וועלן מיר זיין דערהויבן
ווען משיח וועט קומען
וועלן אלע פעלקער אונז לויבן
עס וועט זיין דאן א פיינע שיינע הייליגע ריינע וועלט
ס'וועט מער נישט זיין קיין הסתר אזוי פארשטעלט
ווען משיח וועט קומען
וועט זיין דער רצון הבורא
ווען משיח וועט קומען
וועט שיינען און לייכטן די תורה
עס וועט זיין דאן א שיינע פיינע הייליגע ריינע וועלט
דיין הייליגע מלוכה ווערט אוועקגעשטעלט
אלע קראנקע וועט ער היילן
די צרות אין פריידן דערציילן
אוי ווי שיין וועט זיין אין ירושלים
עס וועט שיינען דער אור הגנוז
מ'וועט מקריב זיין קרבנות
אינאיינעם דעם בית המקדש דעם נייעם
אבער טייערער טאטע
ווען ווען ווען ווען ווען ווען
ווילאנג נעמט דער וועג
איך ווארט שוין אויף די טעג
אוי מתי
מיין קינד מיין קינד
פתאום פתאום פתאום
פתאום פתאום יבוא
יעדער וועט זיין פארנומען
פלוצלונג וועט ער קומען
און געבן א געשריי
אידעלעך אידעלעך אידעלעך
צוריק מיט מיר אינאיינעם
ברודערלעך ברודערלעך ברודערלעך
אויף דעם וועג דעם שיינעם
יונג רייך און ארעם על כנפי נשרים
צוריק ווי מיר האבן אמאל געוואוינט
אידעלעך אידעלעך אידעלעך
געהאפט און געשטרעבט
אידעלעך אידעלעך אידעלעך
אט האט מען דערלעבט
איז לאמיר זיך יעצט פרייען
אינאיינעם שרייען
די פלאג און מוה אריבער
ס'האט זיך אלעס געלוינט
אויפן גלות קוקן מיר צוריק
מיר זאגן און זינגען מיט גליק
גלות גלות שיינער דו בלייבסט אליין איינער
מיר קומען מער קיינמאל צוריק
אויפן גלות קוקן מיר צוריק
מיר זאגן און זינגען מיט גליק
גלות גלות שיינער דו בלייבסט אליין איינער
מיר קוקן צו דיר נישט צוריק
אידעלעך אידעלעך אידעלעך
געהאפט און געשטרעבט
אידעלעך אידעלעך אידעלעך
אט האט מען דערלעבט
איז לאמיר זיך יעצט פרייען
אינאיינעם שרייען
די פלאג און מוה פאריבער
ס'האט זיך אלעס געלוינט
אויפן גלות קוקן מיר צוריק
מיר זאגן און זינגען מיט גליק
גלות גלות שיינער דו בלייבסט אליין איינער
מיר קומען מער קיינמאל צוריק
אויפן גלות קוקן מיר צוריק
מיר שפרונגען און זינגען מיט גליק
גלות גלות שיינער דו בלייבסט אליין איינער
מיר קומען מער קיינמאל צוריק
מיר קומען צו דיר נישט צוריק

WRITERS

Pinky Weber

PUBLISHERS

Lyrics © O/B/O DistroKid

Share icon and text

Share


See A Problem With Something?

Lyrics

Other

More From This Album

Lyric cover art

Krechtz

2025

LyricIQ Analysis

Top Emotion

Enjoyment

Sentiment
Thumbsup IconThumbsup IconThumbsup Icon
Theme

None