פון די ארמייען זיך ארויסדרייען
אין אמעריקע האט קיינער געקאנט
טרעפט זיך אונזער שמואל אויפן פראנט
מיט א שווערן אטעם זיין טאטן בעט-אים
נאך איין זאך לייג אין זאק אריין
א שמירה אויפן וועג מיין קינד פאק אריין
דיינע הייליגע תפילין בעט ער פון שמואל'ן
ענטפערט ער טאטע נישטא קיין פלאץ פאר דעם
אבער די הייליגע תפילין וויינט ער צו שמואל'ן
אויב נעמסטו דאס מיט דיין זעקעלע
ווען די וועסט לייגן די תפילין באקומסטו פון מיר א פעקעלע
אריבער די צייט דארטן ווייט שמואל זיין טאטן רופט
טאטע כ'האב דיך אויסגעפראווט
ווי איז דיין צוזאג דיין פעקעלע
מיין קינד וואס זאל איך טון
איך שפיר דו זאגסט מיך נישט דעם אמת
דיין צוגעזאגטע פעקעלע שיקן ווען-העסטו
פארוואס גלייבסטו מיר נישט
געבט דער טאטע מיט הארץ צו אים א זאג:
אוי מיין טייער קינד טאטעלע זיסער טאטעלע
ווען די וואלסט געפענט דיין תפילין בייטעלע
וואלסטו געווען אין מיינע ווערטער איבערגעצייגט
וואלסטו געטראפן דאס פעקעלע געלט וואס איך האב דארט אריינגעלייגט
צו זיין א סאלדאט אין באשעפער'ס מיליטער
אויף דער וועלט ער דרייט זיך
די רוקזאק זאל זיין וואס פולער
ווייל טון דעם רצון פון זיין טאטן וויל ער
נעם מיט מיין הייליגע תורה
שיינע פעקעלעך וועל איך דיר נאכשיקן
ער קען זיך נישט בארואיגען
סאיז גארנישט אזוי טאנצעדיג אין זינגעריג
פון טיפען הארץ שרייט ער שרעקליך
די זיכסט א לעיבן א ראיגען א ליכטיגען
אוי מיין קינד די זיכסט נישט
וועסטו מיינע פעקעלעך געפינען
פארשטיין די תכלית אין די באזע
זיין צופרידן דא אין עולם הזה
אז דו וועסט זיגן וועסטו קריגן אויף יענע וועלט אויך א מעדאל
וועסטו קריגן אויף יענע וועלט א שיינע מעדאל